פֿון ה.פּ. לאַװקראַפֿט
מען זאָגט אַז אין אולתּאַר, װאָס ליגט הינטערן טײַך סקײַ, טאָר קײן מענטש נישט דערהרגענען אַ קאַץ; און דאָס קען איך פֿאַר װאָר גלײבן בעת איך קוק אָן זי װאָס זיצט מרוקענדיק פֿאַרן פֿײַער. װײַל די קאַץ א יז רעטעניש דיק, און נאָענט צו מאָדנע זאַכן װאָס מעטשן קענען נישט זען. זי איז די נשמה פֿון פֿאַרצײַטיק מצרים, און טראָגער פֿון מעשׂיות פֿון פֿאַרגעסענע שטעט אין מעראָע און אופֿיר. זי איז די קרובֿה פֿון די שׂררות פֿונעם דזשאָנגל, און די יורשטע פֿון די סודות פֿון גרײַז־גראָער און בײזער אַפֿריקע. די ספֿיקנס איז איר שװעסטערקינד, און זי רעדט איר לשון; אָבער די קאַץ איז נאָך קדמונישער פֿאַר דער ספֿינקס, און געדענקט װאָס זי האָט פֿאַרגעסן.
אין אולתּאַר, אײדער די פּרנסים האָבן אַ מאָל פֿאַרװערט דאָס דערהרגענען קעץ, האָט געװױנט אַן אַלטער כלאָפּ און זײַן װײַב װאָס האָבן אָנגעטײעט פֿון כאַפּן די קעץ פֿון זײערע שכנים אין אַ פּאַסטקע און זײ טײטן. פֿאַר װאָס האָבן זײ דאָס געטאָן, װײס איך נישט, אַחוץ דעם אַז אַ סך האָבן פֿײַנט דאָס קול פֿון דער קאַץ אין דער נאַכט און ס׳טוט זײ באַנג אַז קעץ זאָלן שטענדיק לױפֿן אַרום הױפֿן און גערטנער אױף בין־השמשות. אָבער װאָס די סיבה זאָל נישט זײַן, האָבן דער אָ זקן און זקנה געהאַט פֿאַרגעניגן פֿון כאַפּן אין אַ פּאַסטקע און טײטן יעדע קאַץ װאָס איז געקומען אין זײער מפּולת; און פֿון עטלעכע קלאַנגען װאָס מען האָט געהערט װען ס׳איז געװאָרן שױן פֿינצטער, האָבן אַ סך דאָרפֿסלײַט זיך אױסגעמאָלט אַז דער אופֿן פֿון טײטן איז געװען משונה ביז גאָר. אָבער די דאָרפֿסלײַט האָבן נישט איבערגעשמועסט אַזעלכע ענינים מיט דעם זקן און זײַן װײַב; מחמת דער רגילותדיקער מינע אױף די פֿאַרװיאַנעטע פּנימער פֿון די צװײ, אין װײַל זײער כאַטע איז געװען אַזױ קלײן און אַזױ פֿינצטערהײט פֿאַרטײַעט אוטער זיך אױסגעשפּרײטע דעמבן אױף דער הינטערשטער זײַט פֿון אַ פֿאַרװאָרלאָזטן הױף. אין דער אמתן, אַזױ פֿיל װי די פֿאַרמאָגערס פֿון די אָ קעץ האָבן פֿײַנט געהאַט די דאָזיקע טשודנע לײַט, האָבן זײ אַלץ מער מורא געהאַט; און אַנשטאָט זײ אױסשײגעצן װי חייִשע אַטנטאַטאָרס, האָבן זײ בלױז אָפּגעבן זיך אַז נישט קײן טײַערן גלעטלינג אָדער מײַזן־כאַפּער זאָל נישט בלאָנדזשען צו דער העט־העטיקער מפּולת צו, אונטער די פֿינצטערע בײמער. װען אַ קאַץ איז, דורך עפּעס אַi אומאױסמײַדלעכן פֿאַרזען, פֿאַרפֿעלט, און קלאַנגען געהערט געװאָרן אין דער נאַכט, פֿלעג דער פֿאַרלירער מקונן זײַן אומבאַהאָלפֿן; אָדער זיך טרײסטן מיט דאַנקען דעם גורל אַז עס איז נישט געװען אײנס פֿון זײַנע קינדער װאָס איז אַזױ פֿאַרשװוּנדען געװאָרן. װאָרן די לײַט פֿון אולתּאַר זײַנען געװען פּשוט, און האָבן נישט געװוּסט פֿון װאַנעט זײַנען אַלע קעץ ערשט געקומען.
אײנער אַ טאָג איז אַ קאַראַװאַן מאָדנע װאָגלערס פֿונעם דרום אַרײַנגעקומען די שמאָלע ברוקירטע גאַסן פֿון אולתּאַר. טונקעלע װאָלגערס זײַנען זײ געװען, און נישט ענעלעך צו די אַנדערע נע־ונדניקעס װאָס זײַנען אַדורכגעגאַנגען דעם דאָרף צװײ מאָל אַ יאָר. אינעם מאַרק האָבן זײ געװאָרפֿן קאָרטן פֿאַר זילבער, און געקױפֿט פֿרײלעכע פּאַטשערקעס פֿון די סוחרים. װאָס איז געװען דאָס לאַנד פֿון די דאָזיקע װאָלגערס האָט קײנער נישט געקענט זאָגן; אָבער מען האָט געזען אַז זײ האָבן געהאַט אַ טבֿע צו זאָגן מאָדנע תּפֿילות, און אַז זײ האָבן אױסגעמאָלט אױף די זײַטן פֿון זײערע פֿורן מאָדנע פֿיגורן מיט די קערפּער פֿון מענטשן און קעפּ פֿון קעץ, פֿאַלקן, װידערס און לײבן. און דער אָנפֿירער פֿונעם קאַראַװאַן האָט געטראָגן אַ קאָפּבאַפּוץ מיט צװײ הערנער און אַ טשיקאַװע דיסק צװישן די הערנער.
ס׳איז געװען אין דעם דאָזיקן אױסערגעװײנטלעכן קאַראַװאַן אַ קלײן ייִנגל מיט קײן טאַטען און מאַמע, אָבער נאָר אַ קלײנטשיקל שװאַרץ קעצל צו האַלטן טײַער. די פּעסט איז אים נישט ליבלעך געװען, נאָך האָט אים געלאָזט די אָ קלײנע פּעלציקע זאַך צו מילדערן זײַן טרױער; און װען מען איז זײער יונג, קען מען געפֿינען גרױסע אָפּשפּאַנונג אין דער לעבעדיקער שטיפֿערײַ פֿון אַ שװאַרץ קעצל. איז דאָס ייִנגל װאָס דאָס טונקעלע פֿאָלק האָבן גערופֿן מענעס האָט געשמײכלט אָפֿטער װי ער האָט געװײנט, בשעת ער איז געזעסן זיך שפּילנדיק מיט זײַן באַחנט קעצל אױף די טרעפּן פֿון אַ טשודנע אױסגעמאָלטן פֿור.
דעם דריטן טאָג פֿונעם איבערזײַן פֿון די װאָלגערס אין אולתּאַר, האָט מענעס נישט געקענט געפֿינען זײַן קעצל; און בעת ער האָט געכליפּעט בקול־רם אינעם מאַרק האָבן געװיסע דאָרפֿסלײַט אים געזאָגט װעגן דעפ זקן און זײַן װײַב, און װעגן קלאַנגען װאָס מע האָט געהערט אין דער נאַכט. און װען ער האָט געהערט די דאָזיקע זאַכן האָט זײַן כריפּען זיך נאָכגעגעבן צו מעדיטאַציע און סוף־כּל־סוף צו תּפֿילה. ער האָט אױסגעצױגן די אָרעמעס צו דער זון און תּפֿילה געטאָן אין אַ לשון װאָס קײן דאָרפֿסמאַן האָט נישט געקענט פֿאַרשטײן; הגם די דאָרפֿסלײַט האָבן נישט ממש געפּרוּװט פֿאַרשטײן, װײַל זײער אַכט איז ס׳רובֿ פֿאַרנומען געװען מיטן הימל און די משונהדיקע פֿאָרמען װאָס די װאָלקנס האָבן אָנגענומען. ס׳איז געװען גאָר אױסלערליש, אָבער בעת דאָס קלײנע ייִנגל האָט אַרױסבראַכט זײַן פּעטיציע פֿון מױל אַרױס האָט אױסגעזען זיך אױספֿורעמען אין אױבן די שאָטיקע, נעפּלדיקע פֿיגורן פֿון עקזאָטישע זאַכן; פֿון מיש־ברואים באַקרױנט מיט האָרן־פֿלאַנקירטע דיסקן. די נאַטור איז פֿול פֿון אַזעלכע אילוזיעס צו באַרושמען די דמיונדיקע.
יענע נאַכט האָבן די װאָלגערס פֿאַרלאָזט אולתּאַר, און מען האָט זײ קײן מאָל נישט געזען נאָך דעם. און די בעלי־בתּים האָבן זיך באַאומרויִקט װען זײ האָבן באַרמערקט אַז אינעם גאַנצן דאָרף זײַנען אַלע קעץ געװען משה־זוך־מיך. פֿון יעדן הײמפֿײַער איז די קענטלעכע קאַץ פֿערשװוּנדן געװאָרן; קעץ גרױס און קלײן, שװאַרץ, גראָ, געפּאַסיקט, געל און װײַס. אַלטער קראַנאָן, דער בירגער־מײַסטער, האָט געשװױרן, אַז דאָס טונקעלע פֿאָלק האָט אַװעקגענומען די קעץ פֿאַר נקמה פֿאַרן דערהרגענען פֿון מענעסעס קאַץ; און האָט פֿאַרשאָלטן דעם קאַראַװאַן און דאָס קלײנע ייִנגל. אָבער ניט, דער מאָגערער נאָטאַר, האָט אָנגעזאָגט אַז מען דאַרף בעסער חושד זײַן דעם אַלטן כלאָפּ און זײַן װײַב; װאָרן זײער פֿײַנט פֿאַר קעץ איז געװען פֿאַרנאַנט און אַלץ דרײסטער. אָבער נאָך האָט קײנער זיך נישט אײַנגעשטעלט באַקלאָגן צו דעם בײזן פּאָרפֿאָלק; אַפֿילו װען קלײנער אַטאַל, דעם קרעטשמערס זון, האָט מנדר געװען אַז ער האָט אױף בית־השמשות געזען די אַלע קעץ פֿון אולתּאַר אין יענעם פֿאַרשאָלטענעם הױף אונטער די בײמער, אַרומשפּאַנענדיק גאָר פּאַװאָליע און ערנצט אין אַ קרײַז אַרום דער כאַטע, צו צװײ אין אַ שורה, װי אין אַדורכפֿירן עפּעס אַן נישט־דערהערטן ריטוס פֿון חיות. די דאָרפֿסלײַט האָבן ניטש געװוּסט װיפֿל צו גלײבן פֿון אַזױ קלײן אַ ייִנגל; און הגם זײ האָבן מורא געהאַט אַז דאָס שלעכטע פּאָרפֿאָלק האָבן פֿאַרכּישופֿט די קעץ צו זײער טױט, האָבן זײ העלטער געהאַט נישט מוסרן דעם אַלטן כלאָפּ ביז זײ האָבן אים געטראָפֿן מחוץ זײַן פֿינצטערן און אָפּטרײַביקן הױף.
איז אולתּאַר האָט זיך געלײגט שלאָפֿן אין געפּטרטן כּעס; און װען די לײַט האָבן זיך אױפֿגעװעקט אױף באַגינען — זעט נאָר! יעדע קאַץ איז געװען צוריק אױף איר אײַנגעװױנט הײמפֿײַער. גרױס און קלײן, שװאַרץ, גראָ, געפּאַסיקט, געל און װײַס, קײנע איז פֿעלנדיק געװען. גאָר גלאַטיק און פֿעט האָבן די קעץ אױסגעזען, און קלינגעװדיק מיט מרוקענדיקער צופֿרידנקײט. די בירגערס האָבן געשמועסט מיט אַנאַנד װעגן עסק, און האָבן זיך גאָר געחידושט. אַלטער קראַנאָן האָט נאָך אַ מאָל אײַנשגעפּאַרט אַז ס׳איז געװען דאָס טונקעלע פֿאָלק װאָס האָבן זײ אַװעקגענומען, װאָרן קעץ זײַנען נישט צוריק בײַם לעבן פֿון דער כאַטע פֿונעם זקן און זײַן װײַב. אָבער אַלע זײַנען געװען מסכּים אין אײן זאַך: אַז דער אָפּזאָג פֿון די אַלע קעץ עסן זײערע פּאָרציעס פֿלײַש אָדער טרינקען זײער טעלערלעך מילעך איז געװען אױסערגעװײנטלעך טשיקאַװע. און צװײ גאַנצע טעג װאָלטן די גלאַטיקע, פֿױלע קעץ פֿון אולתּאַר נישט אָנטאַפּן קײן שפּײַז, נאָר דרעמלען בײַם פֿײַער אָדער אין דער זון.
ס׳האָט אַדורכגעגאַנגען אַ גאַנצע װאָך אײדער די דאָרפֿסלײַט האָבן באַמערקט אַז נישט קײן ליכטן באַװײַזן זיך אױף בין־השמשות אין די פֿענצער פֿון דער כאַטע אונטער די בײמער. איז דער מאָגערער ניט האָט באַמערקט אַז קײנער האָט נישט געזען דעם זקן אָדער זײַן װײַב פֿון זינט דער נאַכט װען די קעץ זײַנען נישטאָ. אין נאָך אַ װאָך האָט דער בירגער־מײַסטער באַשלאָסן גובֿר צו זײַן זײַנע פּחדים און זיך אױס חיובֿ אַרײַנכאַפּן אינעם מאָדנערהײט שטיל געהײ, הגם דורך אַזױ טאָן האָט ער זיך געהיט מיטצונעמען מיט זיך שאַנג דעם שמיד און טולן דעם שטײנהאַקער װי עדות. און װען זײ האָבן דורכגעבראָכן די קװאָלע טיר האָבן זײ געפֿונען נאָר דאָס: צװײ אױסגערײניקטע מענטשסקעלעטן אױף דער לײמענער דיל, און אַ פּאָר אױסערגעװײנטלעכע זשוקעס קריכנדיק אין די שאָטנדיקע עקן.
דערנאָכדעם האָט מען אַ סך געשומועסט צװישן די פּרנסים פֿון אולתּאַר. זאַט, דער קאָראָנער, האָט געפֿירט באַריכות אַ װיכּוח מיט ניטן, דעם מאָגערן נאָטאַר; און קראַנאָן און שאַנג און טולן האָט מען פּריטשמעליעט מיט פֿראַגעס. אַפֿילו קלײנער אַטאַל, דעם קרעטשמערס זון, האָט מען בפֿרוטרוט אױסגעפֿרעגט, און אים געגעבן זיסקײטן פֿאַר אַ באַלױן. מען האָט געשמועסט װעגן דעם אַלטן כלאָפּ און זײַן װײַב, װעגן קאַראַװאַן פון טונקעלע װאָלגערס, װעגן קלײנעם מענעסן און זײַן קלײן קעצל, װעגן דער תּפֿילה פֿון מענעסן און װעגן הימל בשעת דער אָ תּפֿילה, װעגן די טוּונגען פֿון די קעץ אױף דער נאַכט װען דער קאַראַװאַן איז אַװעק, און װעגן װאָס מען האָט נאָכדעם געפֿונען אין דער כאַטע אונטער די פֿינצטערע בײמער אינעם אָפּטרײַביקן הױף.
און סוף־כּל־סוף האָבן די פּרנסים אָנגענומען יענץ חידושדיק געזעץ װאָס סע דערצײלן װעגן אים הענדלערס אין האַטעג און סע רעדן אים אַרום נוסעים אין ניר; הײַנו, אַז אין אולתּאַר טאָר קײן מענטש נישט דערהרגענען אַ קאַץ.